געוועזענער שומרים־פֿירער אָנערקענט זיך פֿאַר שולדיק אין סעקסועלן פֿאַרברעכן מיט אַ דערוואַקסלינגFormer Shomrim leader pleads guilty to sex crime involving a teenager
יעקבֿ דאַסקאַל, דער 64־יאָריקער געוועזענער הויפּט פֿון דער באָראָ־פּאַרק חבֿרה שומרים, האָט זיך אָנערקענט פֿאַר שולדיק אין סעקסועל באַלעסטיקן אַ 15־יאָריק מיידל פֿון אויגוסט ביז נאָוועמבער 2017.
צוליב דעם וואָס דאַסקאַל איז געווען מיטן מיידל אין דרײַ באַזונדערע שטאַטן — ניו־יאָרק, ניו־דזשערזי און אילינוי — ווערט דער ענין דורכגעפֿירט דורכן פֿעדעראַלן יוסטיץ־דעפּאַרטאַמענט.
מיטוואָך האָט דער יוסטיץ־דעפּאַרטאַמענט צעשיקט אַ מעלדונג וועגן דאַסקאַלס שולד־אָנערקענונג אויף ייִדיש, אָנגעבנדיק אַלע פּרטים פֿונעם ענין. „קיינער שטייט נישט העכער פֿונעם געזעץ,“ איז געשטאַנען אינעם קאָמוניקאַט.
דאַסקאַל וועט פֿאַרמישפּט ווערן צו צווישן 14 און 17 יאָר תּפֿיסה און וועט זיך רעגיסטרירן ווי אַ סעקס־פֿאַרברעכער נאָכן דערקלערן זיך שולדיק אין פֿירן אַ מיידל פֿון איין אָרט צו אַ צווייטן מיט דער כּוונה צו באַגיין סעקסועלע פֿאַרברעכנס.
דאַסקאַלס שולד־אָנערקענונג קומט פֿינעף יאָר נאָך דעם ווי ער איז אַרעסטירט געוואָרן און אָפֿיציעל באַשולדיקט געוואָרן אין סעקסועלע פֿאַרברעכנטס קעגן דעם מיידל. אָנגעהויבן האָט זיך עס ווען דאָס מיידל, פֿון אַ פֿרומער ייִדישער משפּחה אין באָראָ־פּאַרק, האָט פֿאַרטרויט אַ מורה־דרך אירער, אַז ס׳איז איר געוואָרן שווער אויסצוקומען מיט דער משפּחה. לויט די פּראָקוראָרן האָט דאַסקאַל זיך אונטערגענומען צו העלפֿן דעם מיידל און האָט דערנאָך זי אָנגעהויבן צוגרייטן אויף צו באַגיין סעקסועלע מעשׁים אויף איר.
די פּראָקוראָרן האָבן צוגעגעבן אַז דאַסקאַל האָט אויסגעניצט זײַן חשובֿע פּאָזיציע כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז זי זאָל קיינעם נישט אויסזאָגן וועגן דעם.
„דורכויס דעם באַעוולען האָט דער באַשולדיקטער אָנגעזאָגט דעם קרבן אויסצומעקן זייערע קאָמוניקאַציעס און איר געוואָרנט קיינעם נישט צו דערציילן איבער זייערע סעקסועלע באַציִונגען.“ ער האָט זי אויך געוואָרנט אַז „עס וועט איר חרובֿ מאַכן דאָס לעבן אויב פֿאַרציילט זי עמעצן איבער זייערע באַציִונגען.“